מײַן באַליבטסטע מעשׂה װעגן אַ ייִדישע שילד:

ס׳האָט פּאַסירט אין אלול תשע"ח אױף אַ שבֿע־ברכות אין אַן אַנטװערפּער גערער מוסד. (אָבער די כּלה איז געװען פֿון די סאַטמאַרער). איך האָב געזוכט אַ בית־⁠הכּיסא, און געפֿרעגט בײַ עפּעס אַ ייִדן, װאָס האָט אױסגעטײַטלט אַ צימער. אָבער דער אײנציקער װאַשצימער האָט געטראָגן אַ גרױסע שילד, מיט אײן װאָרט אין אותיות־קידוש־לבֿנה: „װײַבער“.

אַפֿילו אין יענע טעג, װען איך האָב נישט געקענט ייִדיש, האָב אין געװוּסט װאָס איז „װײַבער“.

און סע זײַנען געװען אַרױסגעקומען פֿון דאַנעט װײַבער!

צעטומלט און פּריטשמעליעט, האָב איך אַרומגעװאָלגערט אין ייִאוש און סוף־כּל־סוף געפֿרעגט בײַ נאָך אַ ייִדן, װאָס האָט געטײַטלט אין דער זעלבער ריכטונג.

דאָס מאָל האָב איך געבעטן אַז ער זאָל מיר נעמען בײַ דער האַנט און מיר פֿירן ממש צום אָרט. ער האָט אַזױ געטאָן: צו דעם דערמאָנטן צימער.

דער פּשט װאָס איז מיר שפּעטער דערקלערט געװאָרן: דער מוסד איז אַ שול פֿאַר מײדלעך און סע זײַנען געװען ס׳רובֿ װײַבלעכע בית־הכּיסאס. ס׳איז געװען אַ מענלעכער אין אַן אַנדער טײל פֿון בנין אָבער צוליב עפּעס אַ סיבה האָט מען נישט באַניצט זיך מיט דעם, נאָר װאָס צוגעטײלט אַ װײַבלעכן פֿאַר מענער. און די װײַבער אין דער נאָענטקײט זײַנען אַרױסגעקומען פֿון אַן אַנדער צימער.

מע זאָגט אַז אין אַמעריקע פֿירט מען ריזיקע מחלוקתן װעגן דערלאָזן מענער אין װײַבלעכע װאַשצימערן, אָבער איך װאָלט זיך קײן מאָל נישט אױסמאָלן אַז די גערער װאָלטן נעמען אָט דעם אָ צד!